Нашёл у себя в архивах ЖЖшечки следующий стих. Плакаю всегда от него.
האָלצהעקער
אַ מאָל איז געװען אַ האָלצהעקער,
געװען איז ער גרױ און אַלט,
איז ער געגאַנגען קמה יאָרן
– האַקן האָלץ אין װאַלד –
װאָס איז ער געװען, אַ פריץ?
אין אַ פֿראָסטיקן װינטער-אָװנט
גײט ער אין װאַלד אַרײַן;
ער האָט דען אַנדערע ברירה,
ליבער הער גאָט די מײַן?
אַז די נױט האָט שאַרפֿע נעגל.
זעט ער אַ סאָסנע, אַ יונגע,
װאָס ציטער אין שאַרפֿן װינט;
הערט ער איון איר ציטער
דאָס כליפּען פֿון אַ קינד –
און ער זעט אירע טרױ׳ריקע אױגן.
"דײַן האַק איז שאַרף, און מײַן לעבן,
מײַן לעבן איז יונג און דין;
האַקט נישט איבער דעם פֿאָדעם,
דעם גאָלדענעם, װאָס איך שפּין –
װעסט האָסן אַן עבֿירה."
זעט דעם דעמב אַן אַלטן,
בלײַבט ער פֿאַר אים שטײןוְ
הױבט ער די האַק, דערפֿילט ער,
אַז ער הױבט זי קעגן זיך אַלײן –
אַנטקעגן זײַן אײגענער עלטער.
בלײַבט ער אַ טרױ׳ריקער שטײן
מיט אַראָפּגעלאָזטע הענט;
ער זעט די קלײנע פֿײַערלעך,
װאָס האָבן די גרױסע דעמבעס פֿאַרברענט –
און זײַן גוף נעמט דורך אַ שױדער.
פֿאַר אים שטײען אױף די שאָטנס
פֿון די בײמער, װאָס ער האָט צעשטערט
אין משך פֿון זײַן לעבן;
פֿאַלט ער אױף דער ערד,
װי אַ בױם אַן אָפּגעהאַקטער.
און ער נעט בײַ זי מחילה
מיט אַ ביטער געװײן
לאָזן מיר אים דאָרטן ליגן,
װיפֿל ער װיל אַלײן –
אַז מען װײנט זיך אױס, װערט מען גרינגער.